מרדכי בן דוד - מזמור לדוד אבי

מקור: ליפא שמעלצר, לחן: יצחק פוקס, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: צעקה - TZEAKAH.

yosittt | יום שני י"א סיון התשע"ז, 05-06-2017 בשעה 21:32צפיות: 5003.
מרדכי בן דוד
מרדכי בן דוד
מילות השיר:
דאס הארץ ווﬠרט מיר ﬠנג
ווי איך גיי - דיין זכרונות מיר ברﬠנגט
מאמﬠנטן פון בﬠנגשאפט
ﬠס קלונגט מיר אין די אויערן

פון דאנצמאל אלס קינד
דיינﬠ לידﬠר פאשפרייט ווי א ווינט
גﬠזינגﬠן ביים שבת'דיגן טיש
אין פיל יידישﬠ טויﬠרן

מיינﬠ אויגﬠן ﬠס ציﬠן צו דיר
און די טרﬠרן זיי פליסן פון מיר
ווﬠן איך הﬠר ווי מﬠן זינגט לא תבושי
און דיין אני מאמין

דﬠר 'אמרי אמת' - ﬠר דרייט זיך ארום
זﬠהן דאס קינד מיט דﬠם הﬠרליכﬠן שטים
צום רבין באהאפטן פון דאן
די הייליגע מסורה

ווﬠר קﬠן באגרייפן דעם טייטש
ווﬠן דער טאטﬠ האט געהﬠרט פון'עם דייטש
נא זינגט יﬠצט דאס ליד וועלכע'ס מﬠן זינגט
נאר אין בית החיים

דערציטﬠרט זיין שטימﬠ דﬠרשטיקט
ווי מﬠן שיסט דארט צוויי הונדﬠרט זיבﬠציג
הייליגע נשמות פארציגט קל מלא שרייﬠן

דיין אמונה! איז שווﬠר צו פארשטיין
אין די פינצטﬠרﬠ נﬠכט דארט אליין
געזונגﬠן אין לאגﬠר ביינאכט
פאר אלע צוזאמﬠן

אוי טאטﬠ און ﬠולם הבא
ביזט נהנה מזיו השכינה
זﬠה ווי מיר גייﬠן דיר נאך
דיינﬠ ﬠרליכﬠ דורות

אין לאגער נאך פאר'ן עלות
מודה אני גﬠזאגט קוים ארויס
שרייט מﬠן אויס "לעבעדיג"
צו זﬠהן - ווﬠר ﬠס איז נאך בחיים

אויך ביי שינדלﬠר אויפ'ן ליסט
אין 8 לאגערן וויסט און פוסט
נישט קיין קידוש קיין פיש נישט קיין ברויט
אבﬠר אלﬠס מיט א שמייכל

תהלה לדוד אבי
דאס לﬠכטﬠלﬠ לייכט און הﬠלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠהן
בלב שבמוחי

ﬠם שאר צדיקי ﬠולם
דיינﬠ קינדﬠר וכל אשר בם
זﬠה איך דיך זינגﬠן פאר אונז
און פאר קודשא בריך הוא

מזמור לדוד אבי
דאס לﬠכטﬠלﬠ שיינט און הﬠלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠהן
בלב שבמוחי

ﬠם שאר צדיקי ﬠולם
דיינﬠ קינדﬠרלך וכל אשר בם
זﬠה איך דיך זינגﬠן פאר אונז
און פאר קודשא בריך הוא

טאטע אוי טאטע מיר בענקן נאך דיר. מזמור לדוד - אבי
הערות על השיר:
לחן: יצחק פוקס.
מילים: ליפא שמעלצר.
עיבוד: מונה רוזנבלום..

עוד באתר: