יואלי גרינפלד - האלט זיך פעסט

מקור: ליפא שמעלצר, לחן: ליפא שמעלצר, ז'אנר: חסידי - יידש.

נמצא באלבום: המברך יתברך.

Siton | יום ראשון ב' אדר התשע"א, 06-02-2011 בשעה 07:25צפיות: 4957.
יואלי גרינפלד
יואלי גרינפלד
מילות השיר:
די שטוב איך קען שוין זייער זייער לאנג,
אזוי פיל נעכט געשלאפען אויפן באנק,
געווינקען און גערעדט,
געשטאנען ביי דעם בעט,
צו האבן מיינע ווערטער, אן אפקלאנג.

יעדן טאג ווען איך עפן אויף דעם טויער,
א גוטע בשורה צו ווערן דא געוואויר,
צום זעלבן ס׳ קומט צוריק,
אז קיין ענטפער נישט באקריג,
נאר א שטילקייט וואס קען לעכערן אן אויער.

און איך האלט מיך גאר פעסט,
ווייל זי האט אויפגעבויט דעם נעסט,
דיין פעולות,
און הייסע תפילות,
דער בורא נישט פארגעסט,
אז דו הערסט מיר דאס שפיר-איך,
מיין אמונה נישט פארליר-איך,
מיר וועלן ביידע אריבער דעם פארמעסט.

איך בעט ערליך און דערמאן,
דו זאלסט שוין זעהן דעם זון שיין,
מער דא נישט וויילן,
נאר זיך אויסהיילן,
איך ווארט אויף דעם זמן,
כ'וועל זען דו האסט מיר פארשטאנען,
מיט א הארץ פון א מאמען,
עס וועט אוועק גיין די צער און די פיין.

דער באשעפער טראגט מיט אונז דעם זעלבן לאסט,
ווי א מאמע פונדערווייטענס אונז אויף פאסט,
באהאלט זיך אבער טיף,
אין א העכערע באגריף,
דערווייל די טרערן אונזער אויגן נאסט.

מיר געבן דאך נישט אויף די האפענונג,
מיר זוכן יעדן טיר, און אפענונג

יעדן טאג מען רעדט,
מען האפט די מאמע הערן וועט,
אפשר יעצט וועט עס געבן א געלונג.
מ'שפירט אזא קעלטעניש,
ווייל דו ביסט אין באהעלטעניש,
הער דיינע קינדער,
פרעגן פון-דיר,
אוי וואס געפעלט דיר נישט.
ביסט אליין א איינזאמע,
קום צו אונז שוין מאמע,
קיינער דעם וועג פארשטעלט דיר נישט.

מיר האלטן זיך פעסט,
קוק שוין אויף דיין נעסט,
מיט פארוויינטע אויגן,
דאך נישט געבויגן,
דיין נאמען נישט פארגעסט,
דו הערסט אונז דאס שפיר-איך
מיין אמונה נישט פארליר-איך
מיר וועלן ביידע אריבער דעם פארמעסט
הערות על השיר:
מעבד: משה לאופר.

עוד באתר:

  • אקאפלה לכל השנה

    נתנאל לייפר בביקורת נלהבת על האלבום החדש של להקת A.K.A.PELLA. אז נכון שמדובר באלבום ווקאלי ול"ג בעומר עבר... אך זהו אלבום שמתאים ברמתו לכל השנה!
    קריאה מהנה.

    אקאפלה לכל השנה
  • הרבה נקודות טובות!!! נתנאל לייפר בסדרת אלבומי המופת כתבה 5

    סדרת אלבומי המופת של המוסיקה היהודית המקורית - והפעם נתנאל לייפר מתלהב מ"נקודה טובה" אלבומו של שולי רנד

    הרבה נקודות טובות!!! נתנאל לייפר בסדרת אלבומי המופת כתבה 5
  • דוד מלך ישראל חי וקיים !

    אבי אברהם בביקורת על אלבומו האחרון של ישראל ורדיגר אשירה ואזמרה.

    דוד מלך ישראל חי וקיים !
  • נשמה יתרה...

    אבי אברהם מתחבר בחזרה לישיבישקייט הקרליבכיסטי ומעניק ביקורת מפרגנת במיוחד לאלבומו השלישי של יהודה גרין - "נועם הנשמות"... קריאה נעימה!

    נשמה יתרה...