מוטי שטיינמץ ומוטי אילאוויטש - בריוועלע

מקור: מוטי אילאוויטש, לחן: מוטי אילאוויטש, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: הנשמה בקרבי.

yosittt | יום חמישי כ' חשון התשע"ח, 09-11-2017 בשעה 12:46צפיות: 250.
מוטי שטיינמץ
מוטי שטיינמץ
מילות השיר:
אינגאנצן צובראכן, פארביטערט און פארקלעמט,
ער קען זיך נישט בארואיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט.
אוועק פון די וועלט איז די שרייבער זיין פערזענליכע,
דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין
טאלאנט די אויסערגעווענליכע.

אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו,
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן, ארויס פון הארצן טיף.
די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן,
די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט
שוין קיינער נישט קענען שרייבן.

א באדינער און פאלאץ איין איינפאל עס פאלט אים,
ער ווייסט די אלע בריוון ווי זיי זענען באהאלטן.
ער נעמט פון די ארכיוון־ די אלע אלטע בריוון.
און לויפט צום מלך צו,
קוק וואס כ׳האב געפונען, הט- אזנך לי.

ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען,
דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען.
די בריוון און זכרונות ־ שפע און נסיונות.
וואס ער איז פארביי,
די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי.

”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום,
און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך,
ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעהט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך.
עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדעס מאל די ליינסט די
בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

בריוועלע, בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
בריוועלע ־ אוי בריוועלע אין יעדן מצב און סביבה׳לע,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.“

א שרייבער האט דער מלך גהאט אמאל,
דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל,
ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט,
מיט געגועים און אהבה, מיטן כינור אין די הענט.

אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי,
ה׳ מה רבו צרי, רבים קמו עלי.
איך לויב און דאנק פאר ה׳ אלקי,
מה אשיב לה׳ כל תגמולוהי עלי.

דוד איז מער נישטא אבער דאך איז פארבליבן,
די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן.
אונז נעמיר די כתבים ־ און אונזערע מצבים.
און מיר ליינען איבער,
די אלע צרות וואס דוד איז אריבער.

כאטש ס׳איז פריוואטע ענינים וואס דוד איז משורר,
די בריוועלעך זענען אבער דעם אויבערשטן מעורר,
דער בורא טוט לעכצן ־ הערן ווי מיר קרעכצן.
תפילה לדוד,
דאס איז זיין גרעסטע תשיקה, זיין גרעסטע כבוד.

”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם דוד׳ל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום און ארום.
און יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך
ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הייליגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך,
עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די
בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

תהלים׳ל תהלים׳ל
כאילו אמרם דוד בעצמו.
תהלים׳ל ־ ווען א איד פועלן' וויל אמאל,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.“
הערות על השיר:
מילים ולחן: מוטי אילאוויטש.
עיבוד: הערשי גונסבערג.
עיבוד קולי: דייויד טויב.
מיקס: נפתלי שניצלער.
סולן אורח: מוטי אילאוויטש..

עוד באתר:

  • אל תכה בסלע...

    נתנאל לייפר בכתבה נוספת בסדרת אלבומי המופת של המוסיקה היהודית המקורית והפעם על אלבומו השני של עדי רן שיצא לפני עשור "אל תכה בסלע"

    אל תכה בסלע...
  • נקודה ליפאית

    איתי סיטבון בטור ביקורת מוסיקה על האלבום החדש של ליפא שמעלצר - "הנקודה היהודית". קריאה מהנה!

    נקודה ליפאית
  • משאת נפשו

    נתנאל לייפר על אלבום הבכורה החביב של היוצר אליעזר שמידוב "משאת נפשי" אלבום ברוח תורתו של הרב קוק

    משאת נפשו
  • בניי חביביי, גם הכתבה...

    איתן סיטון בביקורת מאוד מפרגנת לאלבום השני של נוחי קרון הנקרא "בניי", אלבום שמכוון לכמה סגנונות מוזיקה, הפקה טובה ומוזיקה מעולה...

    בניי חביביי, גם הכתבה...