מילות השיר:
הדרן עלך תלמוד בבלי והדרך עלן תלמוד בבלי ,
דעתן עלך תלמוד בבלי ודעתך עלן תלמוד בבלי .
א טרערעלע מאכט ר’ חיים’ס אויגן נאס ,
ער פראוועט היינטיגן טאג א סיום הש’’ס ,
זיין הארץ איז איבעראשט מיט פרייד ,
זיין שמחה האט א טיפן באדייט ,
געהארוועט אין תורה יארן כמה וכמה .
אבער איין מינוט, ער שטעלט זיך אפ און טראכט ,
אין וועמען’ס זכות מיין תורה היינט עס לייכט ,
די זכות באגלייט מיר אלע יארן ,
ס’ליגט מיר שטענדיג אין זכרון ,
די טייערע מתנה - מיין ליבע מאמע!
מאמע איך דערמאן זיך מיט יארן צוריק ,
ווען דו האסט מיר געפירט אין חדר מיט גליק ,
געקושט און געזאגט מיט הארץ און געפיל ,
מיין לעכטיגקייט לערן פיין דאס איז מיין ציל.
‘זאלסט שטייגן אין לערנען’ האט זי צוגעלייגט מיין קינד ,
‘איך וועל בעטן פון באשעפער זאלסט בלייבן געזונט ,
דו זאלסט פארשטיין דאס לערנען גוט ,
בדרך התורה זאלסטו גיין טריט נאך טריט’.
פזמון :
אוי מאמע געטרייע, ליבע מאמע,
מ’קען נישט באצאלן דיין געטריישאפט דיין פלאג,
דו האסט מיר געגעבן דיין הארץ און מח,
קיינמאל געשפארט קיין תפילות און כח,
מאמע דיינע טרערן זעהען זיך אן היינטיגן טאג .
אוי מאמע, מאמע, ליבע מאמע,
איין זאך זאג איך דיר צו פון הארצן טיפן,
אז אידיש נחת וועל איך דיר געבן,
דאס איז דאך אייביג געווען דיין שטרעבן,
אם הבנים שמחה ווערסטו היינט גערופן.
בשעה טובה ומוצלחת ,
א שידוך געטוהן פיל מיט נחת ,
דו האסט מיר אונטערן חופה געפירט ,
דיין הארץ און נשמה האב איך דאן געשפירט ,
די הייסע טרערן וואס דו האסט פארגאסן פאר מיר ,
די יראת שמים וואס אין מיר אריינגעלייגט ,
דיין תהילים’ל וואס איז פון טרערן נאס געווייגט ,
איז גוט אין הארץ אריין געקריצט ,
ביי א יעדע נסיון מיר עס באשיצט ,
און עס ציען זיך ערליכע דורות פון דיר.
מאמע איך מאך אויף די אויגן צופריה ,
צו מיין קינד איך זאג שמע בני ,
קומט מיר ארויף דיין אייביגע ציל ,
די ווערטער וואס דו האסט געזאגט מיט געפיל .
שמע בני, שמע בני ,
מיין טייער קינד הער זיך צו ,
ואל תטוש תורת ,
מאמע, דאס האט מיר געברענגט צום סיום הש”ס.
פזמון....
ואל, ואל תטוש ,
תורת אמך ,
תורה תהא אמונתי ,
וקל שקי בעזרתי.
הרב יוסף משה כהנא ויעקב יודא דסקל - די טייערע מתנה
מקור: ר. דייטל, לחן: ר’ פנחס מרדכי וועבער, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:22צפיות: 3523.

הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
לחן: ר’ פנחס מרדכי וועבער
מילים: ר. דייטל
סולן: יעקב יודא דסקל
סולן ילד: משה מרדכי לייפער
מקהלת ילדים: Shir V’shevach Boys Choir.
לחן: ר’ פנחס מרדכי וועבער
מילים: ר. דייטל
סולן: יעקב יודא דסקל
סולן ילד: משה מרדכי לייפער
מקהלת ילדים: Shir V’shevach Boys Choir.

עוד באתר:
הזמיר שר נחמה ועידוד
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והמגוון מאד של נגן הסקסופון היוצר דניאל זמיר
הקול שרציתי לשמוע...
נתנאל לייפר על אלבום הפיוטים מהמקורות של מאיר בנאי "שמע קולי" אחד מגדולי המוסיקאים במוסיקה הישראלית באלבום שכולו כבוד למסורת.
לא פתור...
נתנאל לייפר על אלבום הבכורה המסקרן של איתו קלינמן "עומד להשתנות"
קבעתי את מושבי
ביקורת מוסיקה על אלבומו החדש של הזמר והיוצר אהרן רזאל - "קבעתי את מושבי"