הרב יוסף משה כהנא ווועלוול פעלדמאן - שטארק זיך!

מקור: הרב יוסף משה כהנא, לחן: ניגון: הקפה ו’ סיגעט סאטמאר, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: א אידישע מאמע.

yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:19צפיות: 3015.
הרב יוסף משה כהנא
הרב יוסף משה כהנא
מילות השיר:
ס’גיסט זיך, ס’דרייט זיך,
און עס קוקט אויס,
ווי אלעס לויפט פון פלאץ ארויס,
גערודער, קולות,
קיינער איז נישט שטיל,
די געשריי, דעם טומל,
איינשטילן איך וויל.

אין הארץ א קאכעניש ,
געפלאצט האט עס נאכנישט ,
אבער איך שטארק זיך און איך פראביר ,
מיט אייזערנע כוחות,
ווי שוואך די מח-איז ,
מיט מסירות נפש ארבעטן אויף מיר.

די כעס, די רוגזה ,
אוועק איך שיק-זי ,
איך וועל זיך טאקע איינהאלטן ,
אבער די פארדרוס ,
בורז’עוועט אן א מאס ,
קריכט ארויס פון די שפאלטן.

אזא איבערקערעניש,
שטיל זיי ווערן-נישט ,
איך טראכט ביי מיר - עד כאן!
ס’צינדט זיך אן א רעגעניש ,
אזאנס זיי מעגן-נישט ,
אט גיי איך שרייען “שטיל זאל זיין”!

“שטארק זיך! שטארק זיך!” א רוף איך הער ,
איך האלט זיך איין כאטש ס’איז שווער .
ביז איך האב זיך צוגעוואוינט,
דעם קאמף אויפגעגעבן ,
היינט איז מיר גרינגער דאס גאנצע לעבן.

ווען ס’גיסט זיך, און ס’דרייט זיך,
ס’טוט מיר שוין נישט באנג,
די טומל – איך הער דערין, א געזאנג!
ווען ס’גיסט זיך, און ס’דרייט זיך,
ס’טוט מיר שוין נישט באנג,
די טומל – איך הער דערין,
א געשאנק!

און אין די מינוט ,
זינג איך מיט ,
מיט די קולות אינאיינעם ,
און ווען עס פעלט אויס ,
לאז איך זיך ארויס ,
אין א טענצעלע א שיינעם.

אט דאס, איז וואס ,
איך וויל, און איך האף!
אט דאס, איז וואס ,
איך וויל אן א סוף!
ווייל צוליב דעם,
בין איך דאך אויף דער וועלט ,
אנצופילן מיט קלאנגען מיין געצעלט.

און איך ווארט צו זעהן און הערן ,
ווי די שפילערס וועלן וואקסן און גרויס ווערן ,
איך בעט נאר פון טאטן אין הימל ,
אז פאר אים זאל געפעלן אונזער טומל.

גענעראלן, זעלנער, פאר זיין ארמיי ,
טוה איך ערציען זייער געטריי ,
די סאלדאטן מיינע, מיט נחת זיין מהנה ,
אונזער טאטן עד בלי די.

פסח ביינאכט ,
די טיש פיל מיט פראכט ,
אויסגעשטעלט די קערה און מיט די מצות ,
יעדער פילט זיך העכער ,
דער זיידע נעמט די בעכער ,
יעדער קינד שיין אויף זיין פלאץ-איז.

פלוצלונג א אייניקל יונג זיס און פריש ,
א שפרינג מיט א פרייליכקייט אויפן טיש ,
די טישטעך צוקראכן, די מצות צובראכן ,
די קריסטאל וויין פלעשל, אויפן מצה טעשל.

ברוך ה’! דער זיידע צושרייט-זיך ,
זאל זיך נאר גיסן מער און מער ,
ס’דא ווער זאל צוברעכן - אוי, ער פרייט-זיך ,
ברוך ה’ אז ס’איז דא ווער!

איך האב דאך ביים קריג א משפחה פארלוירן ,
קוים זיך צוריקגעשטעלט א קינד געבוירן ,
יעצט פון די אייניקלעך טוה איך געניסן ,
ב”ה ס’דא ווער זאל אויסגיסן!

ס’גיסט זיך, ס’דרייט זיך, און עס קוקט אויס,
ווי אלעס לויפט פון פלאץ ארויס,
איך פריי מיך, איך פריי מיך, אז ס’איז נישט
שטיל,
איך לויב און איך דאנק אן קיין גבול!
הערות על השיר:
לחן: הקפה ו’ סיגעט סאטמאר
מילים: הרב יוסף משה כהנא
סולן: וועלוול פעלדמאן
סולן ילד: ישעי’ פערענץ
מקהלת ילדים: MK Studio.

עוד באתר:

  • השקיפו... אלבום שלישי...

    איתן סיטון על האלבום השלישי (אמור להיות רביעי) של ברוך לוין הנקרא "השקיפה", ותגלו מפה עוד כמה פרטים שלא ידעתם או לא שמתם לב. קריאה מהנה.

    השקיפו... אלבום שלישי...
  • פצצת אנרגיה חסידית

    איתי סיטבון בטור על האלבום החדש של אלי פרידמן - "מה הבריות אומרות עליו".
    קריאה מהנה!

    פצצת אנרגיה חסידית
  • צוות 10

    נתנאל לייפר ממליץ על אלבומו התוסס והמושקע של הזמר והיוצר אוריאל מאור "אוריאל מאור וצוות 26" אחד האלבומים שהקדימו את זמנם . קריאה מהנה

    צוות 10
  • יצחק ירנן

    נתנאל לייפר על האלבום החדש של הזמר יצחק רווה "כנפיך" קריאה נעימה!

    יצחק ירנן