יואלי גרינפלד - צוזאמען - Tsizamen

מקור: מוטי אליוביץ, לחן: דודי קאליש, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: זה - Zeh.

yosittt | יום שבת ט"ז כסלו התשע"ו, 28-11-2015 בשעה 18:00צפיות: 2761.
יואלי גרינפלד
יואלי גרינפלד
מילות השיר:
צוזאמען אידעלעך
צוזאמען ברידערלעך
מיר זענען ווי איין קייט
אן ווערן אפגעשיידט.

ברענגן א שמייכעלע
אין יענעם'ס היכל'ע
א קשר וואס נאר דער איד'ל
פארשטייט.

צוזאמען אידעלעך
צוזאמען ברידערלעך
יא יא מיר זענען גרייט
צו העלפן איינער דעם צווייט.

ברענגן א שמייכעלע
אין יענעם'ס היכל'ע
א קשר וואס נאר דער איד'ל
פארשטייט.


צובראכן עלענד זיצן זיי מיט אויגן פארטרערט שוין יארן לאנג, עס איז זיי באנג, ס'נאכנישט באשערט א קינד צו האלטן אין די הענט, ווער טוט אונז פארשטיין און ווייזט אונז אז מיר זענען נישט אליין.

ביי איינעם (האט) דאס רעדל זיך צום שלעכט א דריי געטאן חובות, מזל, האט אים די פרנסה וויי געטאן, אן קיין פלאן, דער אינגערמאן, פון ווי צו ברענגן ברויט ווער וועט אים באגלייטן אין דעם נויט.

צוזאמען אידעלעך...

פארשפארט זיצט א איד'ל אין תפיסה דארט פארהאן עסן, בריוון, און מיר פרואוון, אים מחזק זיין, אפילו דארט, אין ווייטן ארט, דער איד האט דעם שפיר ווער טראכט און זארגט זיך פאר מיר.


מיט א תהלים זיצט מען דארט ביים בעטל אין שפיטאל עסן טרינקען, שפילן זינגען, חיזוק פון איבעראל, טראגן ברענגן, זיך אנשטרענגן, ווער וועט זיך פאר זיי אביסעלע פארגרינגערן דעם וויי.

צוזאמען אידעלעך...

דער בורא כל עולמים ער קוקט אויף כלל ישראל דער ווארעם פאדעם, פון חסדים, ער ווערט אזוי נתפעל, קוק ווי שיין זיי זארגן זיך מיט א צווייטן'ס פראבלעם איך וויל אויך זיין א חלק אין דעם.

מיין ליבער פאלק מיין רחמנות ווערט ביי מיר ערוועקט ישועות טיילן, און אויסהיילן, וואס איר זענט פארפלעקט, וגאל אותם מעבדות אוועקנעמען דעם צער ווייל חברים כל ישראל ונאמר!

צוזאמען אידעלעך...
הערות על השיר:
Composed, Arranged,
Choir and Guest Soloist
by Dudi Kalish
Lyrics by Motty Ilowitz.

עוד באתר: