מילות השיר:
ברוך אוי ברוך השם
א לעכטיגקייט, אין יעדע אידיש היים,
אזא קדושה מלא חן
מיט איין קליינעם ווארט, אמן.
א יוד הערט א ברכה, שרייט ער שוין
אמן! ס’איז אמת ונכון
און א תפלה מ’בעט אויך, וכן יהי רצון
ס’זאל אזוי זיין, אמן ואמן.

ואמר כל העם, אמן
לאמיר שרייען בקול רם, אמן
א יעדן טאג בכל יום, אמן
אוי אמן הללוקה.
לאמיר זיך מחזק זיין
א יעדע ברכה ענטפערן אמן
ס’זאל חלילה קיין איינ’ס נישט פאלוירן גיין
אוי אמן ואמן.

א מלאך הגואל מכל רע
טאג נאך טאג בכל שעה,
באשאפט מען מיט יעדן אמן אומעטום
אזויפיל מלאכים וואס נעמען אונז ארום.
וויפיל קען מען זיין קונה
מיט אמן בכל עת ועונה,
טויזענטע מלאכים וועלן אונז אפהיטן
פון אלע שלעכטן, אין אלע טריטן.

ואמר כל העם, אמן
לאמיר שרייען בקול רם אמן
א יעדן טאג בכל יום, אמן
אוי אמן הללוקה,
לאמיר זיך מחזק זיין
א יעדע ברכה ענטפערן אמן
אוי אמן ואמן. ס’זאל חלילה קיין איינס נישט פאלוירן גיין

איינער וואונטשט דיך אן א ברכה
זאלסט האבן נחת און הצלחה,
זאג נישט יישר כח, אדער טענקיו!
נאר “אמן” ענטפער הויך און קלאר.
א ברכה מאך כריח הניחוח
מורמל נישט, נאר זאג עס קלאר און הויך,
אז יעדער זאל זאגן, אמן בקול רמה
ווייל א ברכה אן א אמן, איז כגוף בלי נשמה.

די גמרא איז אונז מגלה א סוד
די כח וואס יעדע אמן האט,
אמ”ן איז די אותיות ק’ל מ’לך נ’אמן
איינער קומט א חולה באזוכןעס ראטעוועט די מענטש פון אלע פראבלעמען.
ער וואונטשט אים א רפואה אינגיכן,
ענטפער אמן גלייך ביים סיום
מיט דעם פארזיכערט מען, ס’זאל ווערן מקויים.

לאמיר שרייען אלע, אמן
פארן בורא יתעלה, אמן
די מלאכים טראגן עס ארויף צום כסא
א קרוין פארן מלך רם ונשא,
א יעדע אמן איז חשוב און טייער
לפני מלך שומע
א שמחה ווערט אויבן בשמיא
אמן ואמן.

אידעלעך לאמיר זיך נישט זוימען
אמן ברעכט אויף אלע צוימען,
מיט איין אמן אויף די וועלט דא
איז מען זוכה ונוחל העולם הבא.
אפילו אין גיהנום מ’איז שוין דארט
אויב מען האט געזאגט דאס איין ווארט
אפילו נאר איין אמן בלויז
פון גיהנום שלעפט אים ארויס.

ואמר כל העם, אמן
לאמיר שרייען בקול רם, אמן
א יעדן טאג בכל יום, אמן
אוי אמן הללוקה.
לאמיר זיך מחזק זיין
א יעדע ברכה, ענטפערן אמן
ס’זאל חלילה קיין איינס נישט פאלוירן גיין
אמן ואמן.

לאמיר שרייען אלע, אמן
פארן בורא יתעלה, אמן
די מלאכים טראגן עס ארויף צום כסא
א קרוין פארן מלך רם ונשא,
א יעדע אמן, איז חשוב און טייער
לפני מלך שומע
א שמחה ווערט אויבן בשמיא
אמן ואמן