מיכאל שניצלער - זארג נישט ר' איד

מקור: לא צויין, לחן: ישראלי גרין, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: יא דו קענסט.

yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:59צפיות: 3810.
מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער
מילות השיר:
אינוועסטעד געלט אין בילדינג בלאקס
דעסטעני טרעוועל גוטע סטאקס
אין דער ערד קען אלעס גיין א פייף
נישט מעגליך זאגען יעדן סארט
עפל מייקראסאפט ענדרויד
שנעל ארויס ציען פון דעם איך דארף
ריעל עסטעיט איך האב געקויפט
דריי קליינע דירות אין א הויף
שוין צוויי חדשים ליידיג נאך שטייט
א ניי געשעפט אין שניצלערס-האב
קונים נאך נישט פיל איך האב
איך מיין איך דארף פארקויפען שנעל דאס קלייט
עקאנעמי, איז זייער זייער שווער
דאס לעבן הייבט מיר אן קאסטן נאך מער
וואס וועט זיין דא, פרעג איך ווער ווייסט ווער
שוין איבער א וואך פון ווען מיין קעשענע איז לער
אין מיין דמיון איך זעה א גרויסן בער
די גראסערי נישט אויפשרייבען וועט ער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
שוין איבער וואך פון ווען מיין קעשענע איז לער
געלט פון וואו נעם איך, טאג און נאכט איך קלער
די גראסערי נישט אויפשרייבען וועט ער
די גאלד און זילבער, די דאלער די יורא, גאר נידריג איז,
אויך יעדע שער
אזוי די נייעס איך הער
זארג זיך נישט זארג זיך נישט ר׳ איד
גיט א קוק אויף צוריק צעהן יאר וואס עס האט פאסירט
א קליינטשיגער סטאק
זיך צעוואקסן געשמאק
גאר אומזיסט געזארגט און שפעקולירט
אביסל געדולד, טוישט דאך גארנישט דעם בילד
גאר אומזיסט גע'דאגה'ט און פארפירט
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר׳ איד
גיט א קוק אויף צוריק צעהן יאר וואס עס האט פאסירט
א קליינטשיגער סטאק, זיך צעוואקסען געשמאק
גאר אומזיסט געזארגט און שפעקולירט
דאס קורצע געדולד, טוישט דאך גארנישט דעם בילד
גאר אומזיסט גע'דאגה'ט און פארפירט
מען לעבט אין א סאסייעטי
פון נערוון מיט ענקזייעטי
מ'מיינט מען גייט אראפ פון זין
די גרויסע וועלט געווארן קליין
יעדער האלט מיט אלעס איין
גרויסע גליק קומט נישט ארויס דערפון
וואו שטורעמען גיסט, און וואו איז וויסט
ווער רעדט נאך פון די "מידעל איסט"
אלעס טוט פיל מיט שרעק אנזייען
דער פחד אליינס און מורא האבען
וויפיל האט דאס שוין באגראבען
נאר דער ערד קען דאס אויסשרייען
פרנסה זארג, שידוכים גאר שווער
מחלות ליידער היינט הערט מען מער און מער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
צו בין איך נעקסט אין ליין,
מיט שרעק אזוי פיל מאל איך קלער
מען גייט צום דאקטער, מ'מאכט א גאנצע בער
ער זאגט ס'איז גארנישט, הע, וואס ווייסט ער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
צו בין איך נעקסט אין ליין,
אזוי פיל מאל מיט שרעק איך קלער
מען גייט צום דאקטער, מ'מאכט א גאנצע בער
ער זאגט סאיז גארנישט, אוי, וואס ווייסט ער
די הענט און פיס, די רוקען, די אויגן, די אויערן,
מיין ווייטאגען אן קיין אויפהער, ביינאכט קולות איך הער
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר׳ איד
אמאל זעהט אויס ווי דאס ערגסטע האט פאסירט
אבער פונקט ווי א סטאק
וואס קען וואקסען געשמאק
כאטש טאג טעגליך אנדערש מען שפעקולירט
נישט זיין אנגעזעצט, נישט קוקען אויף יעצט
ווייל סוף ווערט אלץ צום גוטען אויסגעפירט
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר׳ איד
אמאל זעהט אויס ווי דאס ערגסטע האט פאסירט
אבער פונקט ווי א סטאק, וואס קען וואקסן געשמאק
כאטש טאג טעגליך אנדערש מען שפעקולירט
נישט זיין אנגעזעצט, נישט קוקען אויף יעצט
ווייל סוף ווערט אלץ צום גוטען אויסגעפירט
הערות על השיר:
לחן: ישראלי גרין
חרוזים: ליפא שמעלצער.

עוד באתר:

  • שיא מיוזיק מצדיעים ל-OU...

    סיקור ההופעה שהיתה באולם מקסיקו בהפקתו של שרון דניאל, שיא מיוזיק היו שם...

    שיא מיוזיק מצדיעים ל-OU...
  • פיוטים כי על איכות לא מתפשרים

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבום הפיוטים המוצלח והמעניין של פורת נוב ואורחים רבים. פרוייקט שכולו כבוד לפיוטים.

    פיוטים כי על איכות לא מתפשרים
  • אין כמו לדבר תכל'ס...

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והמסקרן של יהודה דים "תכל'ס".
    וחושב שבתכל'ס.. זהו אלבום מושקע ומעניין שבהחלט שווה האזנה מומלץ יחד עם חוברת המילים.

    אין כמו לדבר תכל'ס...
  • א ביסלע ביטעאלס

    אבי אברהם בביקורת על אלבומו החדש של לני סלומון ושלוק רוק שבת בליברפול...

    א ביסלע ביטעאלס