מיכאל שניצלער - דאס לעצטע דוכנ'ען

מקור: הרב דודי פארקאש, לחן: מאטי אילאוויטש, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: יא דו קענסט.

yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:46צפיות: 9926.
מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער
מילות השיר:
געקומען איז ער אויף יום טוב צו זיין זוהן
דער רב צייגט אים א פלאץ, ער זעצט זיך אהין
איינגעבויגן מיט זיין מחזור'ל דעם קליינעם
א איד ער איז שוין פון די זקנים
א שטילער אן איידעלער, אינעם דאווענען אריינגעטון
ביי מוסף ותערב דער עולם זאגט מיט געפיל
דער כהן מאכט די ברכה, אלעס ארום איז שטיל
אבער ווי נאר ער הייבט אן דעם דוכן
דער אלטער איד הייבט זיך אויף אינגיכן
מיט א צובראכן געוויין ער לויפט ארויס פון שול.
ביים קידוש דער רב קומט צו, איך וויל אייך פרעגן אפן
פארוואס זענט איר ביים דוכנ'ען פון שול ארויסגעלאפן
זאגט מיר וואס דאס מיינט, פארוואס האט איר געוויינט
רבי כ'וועל אייך מסביר זיין
געווען איז דאס אין בערגן בעלזן, איך בין געווען נאך קליין.
אין בונקער געפראוועט א סדר,
דער רשע האט געהערט דערפון
דער עלטסטער פון אונז גענומען,
ליידן שטארק וועט ער דערפון
באצאלן וועסטו, מארגן אינדערפרי
וועט מען יעדן צאמנעמען דא
און דיר וועט מען הענגען - חייך תלויים לך
דאס בילד פון יענעם טאג,
וועט קיינמאל נישט ווערן פארשווינדן
דעם אלטן איד מ'שלעפט,
און איבערן האלדז דעם שטריק ארומגעבינדן
געקייטעלט הענט און פיס מיט אויגן אדורכגענעצטע
ער בעט ביים דייטש,
גיב מיך כאטש די וואונטשט מיין לעצטע.
א כהן ביך איך און דוכנ'ען וועל איך שוין מער קיינמאל
ס'איז יו"ט אינדערפרי, איך בעט דיך לאמיך נאך די איינמאל
איך געב דיר צוויי מינוט, זאגט אים דער רשע מיט גאוה
און עס קלינגט אפ א לברך את עמו ישראל באהבה.
יברכך ה' וישמרך
יאר ה' פניו אליך ויחונך
ישא ה' פניו אליך
וישם לך שלום
אפילו חרב חדה מונחת על צוארו
נישט פארגעסן פונעם מחיה מתים במאמרו
זיין תפקיד אלקי, תברכו את בני
בענטשן כלל ישראל
אזא הייליגער דוכנ'ען,
וועט די וועלט שוין נישט הערן נאכאמאל
שטענדיג ווען מען האלט אין שול ביי ברכת כהנים
כדי זיך צו דערמאנען דאס בילד, די תנועה זיינעם
לויף איך אין א זייט
איך זינג צו מיר פריוואט
די תנועות ווי ער האט עס געזאגט
ווייל איך וויל עס נישט פארגעסן ביז מיין לעצטן טאג
יארן פארוואגעלט פארווארפן איבעראל
די וועלט פארשמירט מיט בלוט פון כלל ישראל
כי היינו לעג וקלס, והעיר האלקים מושפלת
אבער אויפגעגעבן האבן מיר קיינמאל
געבליבן זענען מיר קליינע הייפעלעך
די גבורה די אמונה איז אומבאגרייפלעך
מיטן שטריק ארום דעם האלדז
שטרעבן מיר נאכאלץ
צו דיר אלקינו
ווייל אונז זעמיר דיין פאלק ואתה מלכנו
די חכמי העולם דעם איד באטראכטן זיי טוען אים
צושטויסן, צובלוטיגט אבער דאך פעסטע מאמינים
מיטן לעצטן טראפן בלוט, בעטן דיך מ'טוט
לברך את עמו ישראל
ווייז אונז שוין דיין אהבה איינמאל פאר אלעמאל
יברכך ה' טאטע טו אונז שוין בענטשן
מיר זענען דיינע שאף, דיינע קינדער, דיינע מענטשן
יאר ה' טו שוין דיין פנים אויפלייכטן
גענוג שוין מיט די מלחמות די שווערע שלאכטן
ישא ה' הייב שוין אויף דיין כבוד
הרחמן הוא, יקום לנו, את סוכת דוד
ישועות נחמות היום ובכל יום,
וישם לך שלום
מיין קינד דיין געוויין איך הער און איך שפיר
קוק אריין טיף, וועסטו זעהן איך בין אין דיר
הער צו וואס איך זאג, בקרוב קומט דער טאג
וואס זעהן אליין וועסטו שוין
ותחזינה עינינו בשובך לציון
הערות על השיר:
לחן: מאטי אילאוויטש
סיפור: הרב דודי פארקאש
חרוזים: מאטי אילאוויטש.

עוד באתר: