מילות השיר:
שוין וואכן מאנאטן
אזאלכע שווערע צייטן
א שווערע וואלקן פיל מיט דאגות
יעדער קען דעם סוד
אלעס איז באנקראט
פון האבן געלט געווארען א שווייג איז
ער טראכט נאר פון זיין ביזנעס
אריין וויזוי ער איז אין עס
אזויפיל געלטער האב איך געשארט
און יעצט קוים פארדינט ער
אלעס פאלט שוין אונטער
נישט קיין קעש נישט קיין קרעדיט קארד
ער שפירט ער האלט עס מער נישט אויס
פון זיין אפיס ער גייט ארויס
אנגעזעצט מיט א גרויסן בארג
ער זעצט זיך אוועק אין "סענטרעל פארק"
פון זיין ביזנעס ער קלערט
אלעס ליגט טיף אין דער ערד
ראקעפעלער
אזוי ליידיג פון געלט מיין טאש איז
מיט א גרויסע שטוב אזויפיל נפשות
ס'בלאזט אין פנים א ווינט א קאלטער
קומט צו גיין א גוי אן אלטער
אנטשולדיג איך פרעג, איך קען אייך נישט
איך זעה איר האט עפעס א מיטמאכעניש
דער ביזנעסמאן פארציילט אים גלייך
אמאל בין געווען גאר רייך
אבער לעצטנס אלעס איך פארליר
ס'גייט מיר גארנישט וואס איך פראביר
דער גוי עפנט זיין זעקל
ער געט אים גלייך א טשעקל
נאר איין זאך פונעם סוחר ער בעהט שוין
קום צוריק נאך א יאר
פארצייל מיר קלאר
אויב הצלחה אין די ביזנעס דו זעהסט שוין
די סוחר אפגעזונדערט
בלייבט שטיין פארוואונדערט
קוקען וויפיל געלט טאקע שנעלער
א האלבע מיליאן
"ווער איז דער פערזאן"
דער גרעסטער עושר ראקעפעלער!
די אויגן פאר שמחה גלייך אויפמאכט'ער
ער בלייבט שטיין קוקן ווי א פארטראכטער
צום גרעסטן עושר פון ניו יארק
האב איך גערעדט פריער אן קיין זארג
פון שמחה זיין מח רוישט
אזא טשעק וואלט איך נישט געטוישט
באקומען יעצט א כח א פעסטער
צו ווערן נאכאמאל א גרויסער אינוועסטער
געדרייט און געשפרינגען מיט גרויסע געלטער
זיין שווערע ארבעט נישט אפשטעלט ער
נאר געטראכט ווי ס'דרייט זיך דאס רעדל
די גרויסע טשעקל ליגט דאך אין לעדל
וואס דארף איך מיך זארגן מער
איך בין דאך באלד א מיליאנער
זיין הצלחה האט אויפגעשיינט
נאך שענער ווי ער האט געפלאנט
ס'איז דורך זומער ווינטער
דער סוחר יאגט זיך אונטער
דערציילן ראקעפעלער גאר שטארק
מיט שמחה שטראלט ער
דעם זעלבן טשעקל האלט ער
ער זוכט אים אין סענטרעל פארק
ער טרעפט אים אויף די וועגן
ער קומט אים אקעגן
מיט זיין קינד ער כאפט א שפאציר
דער סוחר זאגט אים גלייך
איך בין דיר שולדיג אסאך
וועגן דיר בין איך געווארן א גביר
מיט א פנים א בלאסע
פארציילט די גאנצע מעשה
דו האסט מיך געהויבן פון מיין שרעק
מיינע צרות פארטריבן
נאר צו זעהן געשריבן
דיין נאמען ראקעפעלער אויפ'ן טשעק
דער קינד הייבט אן צו לאכן
אזאלכע מאדנע זאכן
שוין נאכאמאל די נארישע קוועלער
מיין טאטע מאכט שפאס
ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת
ער רעדט איין מענטשן ער איז ראקעפעלער
דער סוחר טראגט אפ גלייך פון שטח
די גאנצע מעשה שוין ער זעהט דאך
נישט ראקעפעלער נישט קיין טשעקל
האט אים געהאלפן אפילו א ברעקל
אבער אלע פאנאטאזיעס
א גוטע באווייז זי איז
קיין דאגות נישט געהאט ניין ניין
ווייל ער האט א טשעקל א גוטן רוקן ביין
יודעלע וועק דיך אויף פון דרימל
מיר האבן א גרויסע טאטן אין הימל
די שטערקסטע אנלאנער יעדע מינוט
אזויפיל חסדים פאר אונז ער טוט
אלע דאגות ווארף אוועק
דו האסט דאך דעם בעסטן טשעק
נאר מיט שמחה טאנץ אזוי
ווייל אין עוד מלבדו
אין עוד מלבדו!
מיכאל שניצלער - ראקעפעלער
מקור: מענדל מייער (MENDEL MEYERS STUDIOS ), לחן: אברהם יוסף שטעסל, ז'אנר: חסידית.
נמצא באלבום: יא דו קענסט.
yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:42צפיות: 3585.
מיכאל שניצלער
הערות על השיר:
לחן: אברהם יוסף שטעסל
סיפור: מענדל מייער (MENDEL MEYERS STUDIOS)
חרוזים: הערשל דייטש.
לחן: אברהם יוסף שטעסל
סיפור: מענדל מייער (MENDEL MEYERS STUDIOS)
חרוזים: הערשל דייטש.
עוד באתר:
אמאאאאא ספירת העומר 2 :- )
נתנאל לייפר בכתבה שניה בסדרה מהשנה שעברה ,ממליץ על אלבומי הווקאל המובחרים .
מהודו ישר אל הלב
ביקורת מוסיקה על "מהודו לה'" אלבומו של הזמר והיוצר חגי רוסנק
שרים עם המנגנים
סקירה על האלבום הכפול והמרגש של תזמורת "המנגנים" - קומזינג 2. קריאה מהנה!!!
''קופץ מקפיץ ומוקפץ'' נתנאל לייפר על ''אחד יחיד ומיוחד'' של אוהד מושקוביץ
נתנאל לייפר על אלבומו החדש הנמרץ והתוסס של אוהד מושקוביץ "אחד יחיד ומיוחד"