מיכאל שניצלער - א ברודערל'ס הארץ

מקור: הרב יוסף יצחק יאקאבזאהן, לחן: פנחס מרדכי וועבער, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: יא דו קענסט.

yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:22צפיות: 7977.
מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער
מילות השיר:
אין שפיטאל ליגט ער נעבעך א קליין שעפעלע
ווער ווייסט צו איך וועל דורכמאכן
דעם היינטיגן טאג, דעי אפילו
אזויפיל יאר פאר'צער'ט, אויף א נייע ניר איך ווארט
ישעי'לע מיין חבר דו ביסט דאך מיין איינציגסטע פאר
מיין טייערע חבר איך געב דיר אוועק מיין ניר
איך האב דאך צוויי איינס וועל איך געבן פאר דיר
טאקע דערפאר
ווייל איך קען שוין נישט צוקוקן דיין צער
ווי די פעלסט שוין פון חדר אזויפיל יאר
מארגן מחר יהי' האות הזה
איך קען שוין קוים ווארטן אויף מארגן, דעם גליקליכן טאג דעי
פלוצלינג מארגן קומט ער מיט לויפעניש
איך קען דיר נישט געבן קיין ניר בשום אופן נישט
מיין טאטע לאזט נישט, איך בעט דיר זיי מיר מוחל
דער טאטע לויפט צו ישעי'לעס שטוב,
דעם אטעם קוים ער כאפט
ער קלאפט, מען עפנט,
מיט כעס ווערט די טיר שנעל פארקלאפט
אזוי פאסירט א צווייטע מאל א דריטע מאל
ער קלאפט קיינער עפנט שוין ניטאמאל
א צובראכענע טאטע שרייט ער מיט זיין לעצטן כוח'ל
האב רחמנות אויף מיר
פארקלאפ נישט אויף מיר דיין טיר
מיין איינציגסטע האף פאר מיין קינד,
איז דיין ישעי'לעס ניר
מיין שעפעלע וויינט אן א שיעור
מיין צובראכן הארץ שפיר
איך וויל נאך לעבן ער בעט זיך ביי דיר
די טיר עפנט זיך אויף באלד
דו מיינסט איך דערקען נישט דיין געמיינעם געשטאלט
נתן פון ווארשע דער קאפאו דער רשע ביסטו געווען
אוועק געריסן מיין קינד מיט געוויין
ווען דער דאטַש האט געזאגט,
אלע קינדער צו בלאקָ נומבער איין
איך האב מיך געבעטן צו דיר לאז מיך אים באהאלטן,
זייט דעמאלטס האב איך אים נישט געזעהן
אוי ווי האסטו געטראגן מיין אברהמ'לע
מיין טייערע נשמה'לע
מיין איינציגסטע נחמה'לע
ווילסט נאך מיין קינד זאל ראטעווען דיין,
ניין ניין איך אסַר
אוי, וואו איז מיין אברהמ'לע
מיין טייערע נשמה'לע
מיין איינציגסטע נחמה'לע
אוי געוואל , ד נתן הערט, ער חלש'ט,
ער ענטפערט א דערשראקענער א בלאסער
ער הייבט אן צו רעדן מיט הארץ קלאפעניש
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפאו נישט
הער מיך אויס וואס האט דארט פאסירט
איך האב דיין אברהמ'לע נישט אוועק געפירט
איך האב רחמנות געהאט איך בין דאך אויך א איד
שטילערהייט בלא יודעים
באהאלטן האב איך אים אויפ'ן בוידעם
געטראגן יעדן טאג מיין שטיקעלע ברויט
איינגעשטעלט מיין לעבן געראטעוועט פון א זיכערן טויט
ווי אן אייגן קינד האב איך אויף אים געהיט
פאריבער די מלחמה אים געראטעוועט
געזוכט אפשר צוריק קומען זיין טאטע וועט
געזוכט און געזוכט קיינער קומט נישט אהיים
זיכער געגאנגען אויף קידוש השם
פאר דעם מ'זוכט און גארנישט מען געפינט
ווי אן אייגן קינד אים ערצויגן
ווי דאס פינטעלע פון מיינע אויגן
יעצט פארשטייסטו שוין אחר הדברים האלה
פארוואס די איינציגסטע ניר וואס פּארָט,
איז פון דיין ישעי'לע
ווייל ער איז דאך זיין ברודער,
דאס איז דאך דיין פארלוירן קינד
געוואלד! דאס איז דאך גאר מיין אברהמ'לע
מיין פארלוירענע נשמהל'ע
דורך געלעבט די מלחמה'לע
איך וויל דיך שוין זעהן,
קען דען זיין דו ביסט געבליבן לעבן
ישעי'לע דיין ברודער אברהמ'לע
אזא טייערע נשמה'לע
ער ווארט אויף דיין נחמה'לע
קום נאר מיין קינד דיין ברודער'ל א ניר געבן.
ברודערלעך פון איין טאטן זענען מיר
קיין גלייכן קיין פּארָ נישט טרעפן קענען מיר
אין גלות פון טאטן פארלוירן
מיר קלאפן אויף דיינע טויערן
מאך אויף די טיר,
שוין אזויפיל הייסע טרערן לאזט מען
מיין קינד מיין איינציגסטע פאר ביסטו
איך זעה דיין חסד יעדן טאג טוסטו
פאר א צווייטן איד וועסטו אויסגיין
מיט חסד פון גלות וועסטו ארויסגיין
אין זכות פון אברהם אבינו בך חותמין
אידעלע נאר שפעקוליר
דיין ברודערלס הארץ שפיר
פארמאך נישט קיינמאל אויף קיינעם דיין טיר
געב און געב אן א שיעור
ווייל ווען די מיינסט דו געסט פאר מיר
געדענק אז וואס דו טוסט טוסטו נאר פאר דיר
אפילו עס זעהט נישט אויס אזוי פיין
עס טוט פון דיר א טרערעלע גיין
ס'איז זיכער לטובה ברודער'ל וויין נישט וויין
דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
עס וועט נאך זיין אזוי שיין
מיט דיינע אויגן וועסטו נאך זעהן אליין
אין זכות פון אונזער טאט'ן אברהם
הנה ימים באים,
מה טוב ומה נעים
בשבת אחים דערלעבן די הייליגע רגעים
אין זכות פון אונזער טאט'ן אברהם
הנה ימים באים,
מה טוב ומה נעים
ברוך אתה ה' מגן אברהם
הערות על השיר:
לחן: פנחס מרדכי וועבער
סיפור: הרב יוסף יצחק יאקאבזאהן
חרוזים: פנחס מרדכי וועבער.

עוד באתר:

  • ''משוגע'' - שבטי ישראל

    "משוגע" אלבומם המשובח של להקת "שבטי ישראל" של הרב עודד דוד בסקירה מקיפה ומשבחת

    ''משוגע'' - שבטי ישראל
  • שמחה גם בליבי

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבום הבכורה הנעים של הזמר ישראלי אמריקאי "שמחה בליבי" אלבום קצר מאד אך בהחלט שווה האזנה

    שמחה גם בליבי
  • עם-אחד, אלבום-עשר!

    איתי סיטבון בכתבה על אלבומו הרביעי של הזמר והיוצר ארי גולדוואג - "עם אחד". לָמה קרא כך לאלבומו? ואיזה הקשר יש לזה לפורים? כל התשובות בפנים הכתבה.
    קריאה מהנה!

    עם-אחד, אלבום-עשר!
  • בשלל צבעים... נתנאל לייפר על ארגמן של ארז לב ארי

    נתנאל לייפר על אלבומו המסקרן של ארז לב ארי "ארגמן".

    בשלל צבעים... נתנאל לייפר על ארגמן של ארז לב ארי