מילות השיר:
אויסגעשניצט ,
פון ריין קריסטאל ,
א לויטער פלאם ,
פון זונען-שטראל ,
אייביג איז זי ,
א חי נצחי ,
א חלק אלֹקַ ממעל ,
און גענוי ,
ווי איר יוצר אזוי ,
פארמאגט כוחות אֵין סוף ,
א ג-ט’ליך קוואל.
זי איז א נפש מישראל ,
איר טייערע ווערד פאלט קיינמאל ,
זי קען לייכטן ,
און דערגרייכן ,
ווייט און הויעך אן קיין שיעור ,
העולם כולו ,
נברא בשבילו ,
די גאנצע וועלט קען שטיין אויף איר.
פזמון :
דעם אייבערשטן’ס א קינד אין דיינע הענט,
אפהיטן איר קיין צווייטער קען,
באגלייבט ביסטו – מאמע אליין,
איר טיפקייט נאר דו טוסט פארשטיין.
פון כסא הכבוד אויסגעקריצט ,
פלעג איר, היט איר, איר פלאם באשיץ ,
דיר פארטרויט, זיין בריליאנט שטיין ,
מאמע’ניו! האלט איר ריין.
מיט יעדע קינד ,
אן אוצר זי געווינט ,
איר כח זי ניצט ,
אויף זיי זי שיצט .
ווי בריליאנטן שיין ,
לעכטיג און ריין ,
איינגעקריצט אין איר קרוין .
מיט יעדע בריליאנט ,
נאכמער עס שיינט ,
ס’בלייבט אויף אייביג, איר קרוין.
ווען מען האט עס נישט ,
וויפל גיסט מען טרערן ,
כאטש מיט איין בריליאנט ,
זאל מען איר באשערן .
אוי מאמעניו ,
אם הבנים שמחה ,
די נשמות זענען דיין גרעסטע לוין ,
דער ריווח בלייבט ,
פילפאכיג שטייגט ,
ס’בלייבט אויף אייביג, דיין קרוין.
פזמון...
בנאמנות פיר דיין תפקיד אויס ,
אויף דיר דער צוקונפט קוקט ארויס ,
באגלייבט איז ער אויך, ונאמן הוא ,
די שכר באהאלט ער פאר דיין מיה.
הרב יוסף משה כהנא ור’ דוד קאליש - א אידישע נשמה
מקור: ה. ר. שרייבער, לחן: עממי, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:03צפיות: 3350.

הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
סולן: ר’ דוד קאליש.
סולן ילד: משה מרדכי לייפער..
סולן: ר’ דוד קאליש.
סולן ילד: משה מרדכי לייפער..
עוד באתר:
שירין ויותר מידי רחשין...
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו הרביעי של אחד מותיקי המוסיקה היהודית המקורית הזמר יצחק פוקס "שירין ורחשין" מצד אחד הוא נהנה מהשירים אך חושב שהסאונד דרוש שיפור באופן דחוף...
יהודה גלאנץ חי וקיים
נתנאל לייפר על אלבומו החדש והמושקע של חלוץ המוסיקה הלטינית היהודית מקורית יהודה גלאנץ
בינתיים תקפצו..
נתנאל לייפר בביקורת על האלבום החדש והמדובר של ינון טייב "בינתיים" אלבום רגאיי פאנק מקפיץ ומעניין. קריאה נעימה
יעלה אלישבע מארחת בהיכל הניגון
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומה המיוחד של היוצרת יעלה אלישבע "היכל הניגון" שיצא מחדש ומושר על ידי מיטב הזמרים של המוסיקה היהודית