לוי יצחק פאלקאוויטש - א בייגעלע

מקור: אברהם מרדכי שווארץ, לחן: אברהם מרדכי שווארץ, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: אחכה לו.

yosittt | יום שלישי י"ט אב התשע"ה, 04-08-2015 בשעה 22:30צפיות: 3037.
לוי יצחק פאלקאוויטש
לוי יצחק פאלקאוויטש
מילות השיר:
אין שטוב אינעם הייליגן הויף
ביים צדיק ר' הערשעלע זידיטשוב
ס'איז טונקל - אין זיין ווינקל
דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט
ער לערנט תורה אויף זיין קול מיט א געזאנג
מ'שפירט אין הויז דאס דחקות און קלעם
נאר פארנומען מיט עבודת השם
קיין ברויט, עפעס עסן אויפן טיש
געפינט מען נישט

ווען פלוצלונג דער צדיק הערט
א געוויין וואס נאר העכער ווערט
זיין טאכטער'ל בעט
אירע אויגן ער זעהט - פארטרערט
פון הונגער איך גיי שוין אויס
ברענג עפעס עסן אין הויז
א בייגעלע קויף פאר מיר,
אין מארק גיי ארויס

מיין קינד נעם אין אכט
יעצט איז טינקל אינמיטן די נאכט
ס'איז ביי מיר נישט קיין שאלה
די געשעפטן זענען אלע - פארמאכט
ווען לעכטיג וועט ווערן צופרי
נשמה'לע זאג איך דיר צו
איך וועל לויפן, דיר קויפן,
מחיה זיין, נאך ווי

טאטע אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ
דווקא יעצט דערקוויק מיר מיין הארץ
איך ווייס דערפון - ווען שיינען די זון
מיין הונגער שטילן וועסטו
אבער טאטע יעצט איז די קונץ נישט מארגן צופרי

דער צדיק ווענדט זיינע הייליגע אויגן צום הימל גלייך
באשעפער דיינע קינדערלעך בעטן דאך די זעלבע זאך
רמי ווייסן אזוי - לעתיד לבא - וועט זיין א שפע אן א צאל
אבער ביז אהין אזויפיל ישועות דארף כלל ישראל

פיל מיט פלאג פיל מיט צער
מאכט מען מיט אין דעם גלות המר
הבט וראה - טאטע געטריי - אין אונזער געפאר
באשעפער דיין פאלק זי שטייט
אין חשכות אין טינקלקייט
דאס הארץ צובראכן פארקלעמט ס'בעט און ס'שרייט

טאטע אבינו אב הרחמן המרחם
באלייכט שוין אויף דאס יודישע היים
יעדע יוד דארף - א שפע רב - פרנסה נחת און געזונט
עפן די טויערן און געב השפעות פאר דיין קינד

טאטע מיר זענען דאך ביי דיר אזוי געשעצט
באווייז דיינע וואונדער פאר אונז די קונץ איז דאך יעצט
שתרחמני עוד בגלותי לגאלני
אין גלות אין אונזערע טעג בימינו
הערות על השיר:
לחן, מילים, ועיבוד: אברהם מרדכי שווארץ
בניצוחו של: יואלי דיקמאן
קולות רקע: לוי.

עוד באתר:

  • בר יוחאי, נמשכתי, אשריך...

    איתן סיטון על אלבום הבכורה של הזמר והמלחין בריו חקשור, אשר הלחין בעבר כבר את הלהיט של יעקב שוואקי - ברשות. קריאה מהנה!

    בר יוחאי, נמשכתי, אשריך...
  • ממשיך לטפס

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש של גדול הזמר החסידי אברהם פריד "רצוננו לראות את מלכנו"

    ממשיך לטפס
  • הפעמון התימני

    איתי סיטבון בטור מעניין על אלבום הבכורה של כוכב הזמר המזרחי אליקם בוטה "קול פעמונים".
    קריאה מהנה!

    הפעמון התימני
  • מפיוטים לסולו גדול

    איתן סיטון על אלבומו החדש של הזמר הוותיק, שעד עכשיו חשבנו שהוא רק בעניני הפיוטים והתברר שטעינו - יובל טייב "שמע ישראל". קריאה מהנה!

    מפיוטים לסולו גדול