מילות השיר:
איין מעלה איז דער וואס זאגט עס מיט כוונה
קורעין לו גזר דין של שבעים שנה
און נאך א מעלה איז
מען איז אים מוחל די עבירות אלע
פותחין לו שערי גן עדן, אן קיין שום שאלה

לאמיר דערציילן...

נעבעך נעבעך נעבעך א חולה אין א געצעלט
נעבעך נעבעך נעבעך שוין געווען אין די גאנצע וועלט
כאטש כאטש כאטש דאקטוירים האבן אויפגעגעבן
דאך דאך דאך “יהא שמיה רבא” ראטעוועט דאס לעבן

לאמיר דערציילן...

איין מעלה איז ס’ברענגט גאר גרויסע ישועות
און ווידער א מעלה איז ס’איז מסוגל אויף גרויסע רפואות
און ווידער א מעלה איז צו טוהן שידוכים געשווינדעראון נאך א מעלה איז א סגולה אויף גוטע קינדער

לאמיר דערציילן...

נעבעך נעבעך נעבעך א איד איז אין א צרה
תפלות שוין געדאוונט נעבעך ברוח נשברה
כאטש כאטש כאטש שוין געטוהן אזויפיל סגולות
דאך דאך דאך דאס טוט נישט אויף קיין שום פעולות

לאמיר דערציילן...

דער וואס ווערט ליידער נכשל און רעדט חלילה ביי קדישרשב”י אין זוהר הק’ איז אונז קלאר מחדש
40 טעג זיינע תפילות איז נישט מקובל ומרוצה
40 טעג אויף זיינע תפילות איז נעבעך דא א מחיצה

לאמיר דערציילן...

די גרעסטע מעלה איז א ישועה כהרף עין
ואמר כל העם אמן ואמן
נאך א מעלה איז אז ס’ברענגט כבוד שמים
בזכות דעם אמן לאמיר גיין קיין ירושלים

לאמיר דערציילן...

לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון זאגן הויעך, אמן יהא שמיה רבא מברך מיטן גאנצן כח