הרב יוסף משה כהנא וזאנוויל וויינברגר - לעכט צינדן

מקור: לא צויין, לחן: ר’ אברהם רוטנברג, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: א אידישע מאמע.

yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:11צפיות: 2839.
הרב יוסף משה כהנא
הרב יוסף משה כהנא
מילות השיר:
א טיפע שטילקייט, איבעראל צושפרייט,
ווען די אידישע מאמע, לעכט בענטשן גייט,
זי טרעט צו מיט מורא,
צו די הייליגע עבודה,
ווי אין בית המקדש די מנורה.

פאר יעדעס קינד א לעכטעלע,
צינדט זי מיט איר פייער ,
הארציג זי קוקט אויף זיי און בעהט זייער ,
ווי די פייער מאכט די לעכט שיינען ,
מיט מיין ווארעמקייט זאל איך אויך קענען ,
אריינלייכטן אין מיינע קינדער זאלן שיינען טייער.

מאכט זיך אמאל די פייער’ל, שפאצירט איבער
די לייכטער שיין ,
אבער פלוצלינג בלייבט זי שטיין, איין לעכטל
טוהט שווער גיין ,
די קנויט איז אביסל טיף אריין ,
געוואלד! אין די שמן זינקט זי איין ,
דעם וועג ארויס זי קען נישט אליין.

די קנויטעלע זי שרייט און בעט ,
ראטעווע מיר פאר ס’איז שפעט!
איך וויל אויך קענען ,
אוי ברענען.......

וזכנו לגדל בנים ובני בנים,

אמאל מאכט זיך א קינד,
מיט איהם מען דארף זיך מיען ,
זייער אסאך כוחות איהם צו ערציען ,
זי זעהט דעם קינד איינזינקען ,
עס צינדן זיך נישט אן די פינקען ,
אבער אין הארץ דער קינד
וויינט ער וויל אויך בליען.

די מאמע צינדט די לעכטעלעך,
מיט די הענט צום הימל ווענדט זיך ,
לאזט איר געווער, די הייסע טרער,
פירן דעם געשפרעך ,
לויטערע זיי זענען ,
דעם וועג גוט זיי קענען ,
צום כסא הכבוד גראד ארויף,
זיי פועל’ן דארטן אויס.

די טרערן פערציילן און זאגן ,
וויפל די מאמע טוהט זיך פלאגן ,
נשמה און הארץ אין יעדן זמן,
אין די קינד זי לייגט אריין,
דער רבון עלם ועלמיא ,
שיקט כוחות נייע ,
און פון הימל טראפט אראפ
סיעתא דשמיא.

(ניגון: שלמה גרטנר)
דאס פארלאשן קינד וואס איז געווען אפגעשוואכט ,
נעמט זיך שיינען, און ער ווערט אויפגעלייכט ,
ער שטייגט און ער בליהט, מצליח אזוי גוט ,
מיט אלע קינדערלעך צוזאם, שבת אחים גם .

מאמע, ליבע מאמע ,
איך דאנק דיר, אן א שיעור ,
יעדע גלעט אפילו, און יעדע תפילה ,
האט געטוהן איר פעולה.

אוי אוי מאמע, ליבע מאמע ,
דיין ווארעמקייט איך געדענק ,
ס’געבט כח אין לעבן, ווייטער איבערצוגעבן ,
און אויפשיינען די קומענדיגע לעכט.

אוי אוי מאמע, ליבע מאמע,
א אידישע מאמע!
הערות על השיר:
לחן: ר’ אברהם רוטנברג, שלמה גרטנר.
רעיון: ה. טייטלבוים
מקהלת ילדים: Shir V’shevach Boys Choir
סולןן: זאנוויל וויינברגר.
סולן ילד: ישעי’ פערענץ..

עוד באתר: