מילות השיר:
עד מתי עוזך בשבי
ווי לאנג נאך ווי

מיר זענען גאר פיל דורך געגאנגען
און פינסטערניש געפאנגען
געביסען דורך גיפטיגע שלאנגען
אפגעבריט פון פייער צאנגען

ווי לאנג נאך ווי...
איי איך שריי ווי לאנג נאך ווי
עד מתי עוזך בשבי

מען שפירט אן ענג-ענג-ענג-ענג-ענגעניש
און אזא געדרענג-דרענג-דרענגעניש
איך זאג אייך אן א קווענק-קווענק-
קווענקלניש (קווענקל-מסופק)
עס הערשט אזא בענק-בענק-בענק-
בענקעניש (בענק זיך)

ווי איז דא פארשטענדעניש
אויף דעהם פארשווענדעניש
נישטא קיין ענדע נישט
און קיינער פון די לענדער נישט
זעהסטו נישט, צו הערסט נישט

צו ווילסטו נישט, צו קענסטו נישט
ווייסטו נישט, און בענקסטו נישט
צו ווייסטו נישט, און גליסטו נישט

ס׳פעלט ליידער נישט
קיין מנגל (shortage)
און דאנגען (דאגות)
ווי פיל פעטש קען מען איינעם דערלאנגען?
ווען וועט מען שוין די גאולה ענטפאנגען?
דאן וועלען מיר זינגען מיט אלע מתענגין
עד מתי....