מילות השיר:
קומט מיט מיר ליבער פריינד
לאמיר קיין בארדיטשוב גיין
די תורה ווי די זון דארט שיינט
דורך געווייקט מיט חסידות איז דאך יעדער שטיין
איי די געסאלאך, ווי ברעקאלאך
ווי די אידן פול
אוי די נשמה ציהט, פון יעדן איד
צום הייליגן בארדיטשעווער שוהל
דער שוסטער, דער לעקער
דער שניידער, דער בעקער
יעדער מיט זיינע כוונות
מיט א שמייכל אויפן פנים, י"א סממנים
זאגט זיך ר' זאנוויל קורבנות
ר' מענדל א מקווה'לע, ר' הענדל א משנה'לע
דער דיין ער טרינקט זיך א קאווע
ר' איסר איז נזהר
ער דאוונט נישט ביז ער
גיט צדקה מיט התלהבות

אין א ווינקל שטילערהייט
דארט גרייט זיך ר' יהושע'לע
צו מאכן די ברכה להניח תפילין
מיט פרייד ער דרייט אויפן האנט די רצועה'לע
אין מאכט די ברכה מיט הייליגע געפיהלן
ער לייגט שוין דעם של ראש אויפן קאפ
אוי וויי
ווען פלוצלינג אויף דער ערד עס פאלט אראפ
גיט ער א גישריי:
מיינע תפילין מיינע תפילין
אויף דער ערד איז נישט דיין ארט
ער קען זיין געוויין נישט איינשטילן
ער קען נישט רעדן קיין ווארט
מיין קרוין מיין קרוין
איך הויב דיר אויף שוין
זאגט ער. תפילינ'יו
די וועסט מער נישט פאלן
די וועסט מער נישט פאלן
ניין. איך זאג דיר צו

דער הייליגער בארדיטשעווער
דער מליץ יושר
צום ארון הקודש שנעל מאשירט
ס'האט זיך געמאכט א שעת הכושר
דער איד מיט זיינע תחנונים
האט אים שטארק גערירט
מיט אלע כוחות
כאפט ער אן דעם פרוכת
און די הימל'ען אזוי ער שפאלט
אוי טאטע אין הימל
האב נישט קיין פאר איבל
וואס איך מאך אזא געוואלד
אוי געוואלד געוואלד
מיר ווייסן דאך טאטע
אז דו האסט אויך תפילין
אין דאס זענען דיינע אידישע קינדער'לאך
אוי דערבארעמדיגער פאטער
ווי קענסטו זיין שטיל?
אוי... ווי קענסטו זיין שטיל?
בשעת אז דיינע תפילין
נעבאך כסדר פאלט

דו האסט געזעהן ביי דעם איד
ווי שטארק עס טוט אים וויי
מיט הארץ עס גיסט'זיך פון אים הייסע טרערן
פון דיינע תפילין
הער שוין אויך דעם געשריי
אוי דיין בריליאנט זאל שוין דערהויבן ווערן
דיינע תפילין זאל מער נישט זיין פאר'שווארצ'ט
ווייל אז נישט איז גאר א שאלה פון היסח הדעת

גערעכט!
מיינע תפילין, מיינע תפילין
ווי טייער ביסטו ביי מיר
באלד וועט די גאנצע וועלט פיהלן
דער קשר פון מיר צו דיר
מיין קרוין מיין קרוין
איך הויב דיר אויף שוין
איך האב דיר ליב. תפילינ'יו
די וועסט מער נישט פאלן
די וועסט מער נישט פאלן
מיין קינד איך זאג דיר צו

מיינע תפילין, מיינע תפילין
איי ווי טייער ביסטו ביי מיר
באלד וועט די גאנצע וועלט פיהלן
דער קשר פון מיר צו דיר
מיין קרוין מיין קרוין
איך הויב דיר אויף שוין
זאגט ער. תפילינ'יו
די וועסט מער נישט פאלן
די וועסט מער נישט פאלן
מיין קינד איך זאג דיר צו



מיין קרוין מיין קרוין
איך הויב דיר אויף שוין
זאגט ער. תפילינ'יו
די וועסט מער נישט פאלן
די וועסט מער נישט פאלן
מיין קינד איך זאג דיר צו

מיין קרוין מיין קרוין
איך הויב דיר אויף שוין
ת-פ-י-ל-נ-י-ו
מיינע תפילין. תפילניו