מילות השיר:
און דער פרי- גייט ער צו נאכין דאווענען מיט א ברען
צו זיין רבי'ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען
יעדס ווארט- זאג איך פארט מיט כוונה און מיט געפיל
אבער לאנג נאמך מיין שמונה עשרה
ס'ווארט נאך אלץ דער גאנצע שוהל

איך באטראכט- זיין פנים לייכט
דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט
מ'סתם שוועבט ער דארט זייער הויך
און די הימל'ן ווייט ער פליט

איך קלער אריין- ס'מוז דאך זיין
גרויסע שמות הויעך אהן א שיעור
וואס עס פאלט מיר נאך אין כוונות
בעט איך רבי לערנט מיר

אוי מיין טייער ליבער קינד- דו לעבסט אין א טעות
איך טראכט נאר דעם פשוט'ע טייטש
א יעדער ברכה'ז א גאנצע וועלט
ווען איך רופ אבער צו צום ברכה פון די הודאות
זאג איך מודים!! מיין הארץ וועט אפגעשטעלט

ווי אזוי קען איך אים דאנגען גענוג- אויף אלע חסדים
וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר, א יעדן טאג נאך און נאך
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסע ג-טליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך

מען מאכט מיט- ס'איז אלעס גוט
עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה
און אפילו ווען ס'גייט אונז שווער'לך
אויך בצר הרחבת לי

כל שכן- דארף מען זעהן ווען דאס לעבן גייט יא כשורה
צו באדאנקען דעם ליבן טאטן פום טיפן הארצן "מודה אני"

אוי מיין ליבער פאטער- יא! דו גיבסט אונז השפעות
יעדער איד איז א בן יחיד יעדער קינד איז אגאנצר וועלט
און מיט לויב און דאנק צו דיר דו קל ההודאות
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט

ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח- פאר אלע חסדים
וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מי טמיר
א יעדע טאג נאך און נאך
אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסר ג-טליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך