לוי יצחק פאלקאוויטש - ימות המשיח

מקור: אברהם מרדכי שווארץ, לחן: פיני אסטרייכר, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: טוב לי.

yosittt | יום שלישי א' טבת התשע"ח, 19-12-2017 בשעה 13:53צפיות: 2816.
לוי יצחק פאלקאוויטש
לוי יצחק פאלקאוויטש
מילות השיר:
געקומען פון די גאנצע וועלט
א בית המקדש אויפגעשטעלט
יודן פארשידן אלעס ווי איין
מ'דינט דעם באשעפער אליין

ווי הערליך איז דאס בילד
די גאסן זענען איבערגעפילט
די פעלקער מיט מורא א ציטער מ'האט
יעדע שטיינדעלע צוגייט פאר גאט

דער אלטער מיטן טעם זקנים
דערציילט זכרונות פאר יעדן איינעם
קינדער אומעטים
שפילן זיך רואיג שיין ארום

קיינמאל נאכט קיינמאל טינקל
די זון זי שיינט אין יעדן ווינקל
פון דאגות ווער דען ווייסט
אלעס לעבט מיט א העכערן גייסט

פזמון:
א פרישע קדושה
א שמייכל פון שמחה
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט
גאנץ כלל ישראל
טוט דעם רצון השם
מיט אחדות און הייליקייט

א גלעזל גיסט מען אן פון פלאש
ארץ זבת חלב ודבש
אינטערן ביימעלע אנגעלאנט
מיט א ספר'ל אין די האנט

שמחתי איך בין גאר פרייליך
באומרים לי בית השם נלך
עסן פלייש און וויין
קומען עולה רגל זיין

לווים זינגן שיר המעלות
די שכינה הקדושה מ'זעהט התגלות
א ניגון הארציג שיין
וואס באנעמט די נשמה אליין

-פזמון-

הרחמן הוא יזכנו
לימות המשיח
דעם הייליג שיין
זאלן מיר שוין זוכה זיין
ותחזינה, ותחזינה עינינו
בשובך לציון טאטע קער דיך צוריק
ברענג אונז שוין די טעג פון גליק

-פזמון-
הערות על השיר:
לחן: פיני אסטרייכר.
מילים: אברהם מרדכי שווארץ.
עיבוד ומיקס: אודי דמארי.
מאסטרינג: איציק פליבה.
תופים: אבי אבידני | בס: אבי יפרח | גיטרות: אבי סינגולדה | קלידים: אודי דמארי
חצוצרות: עדי מאירי | סקסופון: גלעד רונן | Guitar Solo: Chaim Bokchin
קולות רקע: לוי פאלקאוויטש.
הוקלט: באולפני אודי דמארי - ראשון לציון, ישראל.

עוד באתר: