מאיר דוד פרקש - משכני

מקור: לא צויין, לחן: לא צויין, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: צדיקים.

yosittt | יום רביעי ט"ז סיון התשע"ו, 22-06-2016 בשעה 01:01צפיות: 2418.
מאיר דוד פרקש
מאיר דוד פרקש
מילות השיר:
משכני, אחריך נרוצה
משכני אחריך נרוצה, הביאני המלך נגילה ונשמחה בך.

דאנערשטאג נאכט ביים שיעור ביי מיין רבי'ן, געעפנט זיין הייליג מויל, דערציילט האט ער אזוי: אז דער בחור קוקט און קוקט, א פשוט'ער איד ער זעט, אבער ער זעט... פערל ווערטער גיסט זיך פון אים שטענדיג, תורה לערנט ער מער און מער, דאוונט און דארף גארנישט מער. דער בחור בעט זיך צו דעם איד'ס פרוי, א שבת איך מוז זען, וויאזוי דיין מאן פארברענגט.

אוי, ארים מיר זענען, קיין פלאץ ביי אונז אין שטוב נישטא, וואס וועסטו דען זען? וואכן לוי ן פ און לויפן אבער דער בחור לאזט נישט אפ, ער לאזט נישט אפ.

ענדליך געפועל'ט, די וואך פרייטיג צונאכט , ספון שול ביז דער סעודה. א דינע פירהאנג די ארימע שטוב עס טיילט אפ, אויף דער ערד אויסגעצויגן דער הייליגער בעל התניא שיר השירים ער זינגט אשר לשלמה, זיין קול עס לויפט אין די גאנצע שטוב, ווארעמקייט מען שפירט, דער בחור איבער דער פארהאנג געבויגן און זעט, יא יא אבער ער זעט... דער צדיק ביים פסוק משכני אחריך נרוצה ער האלט, משכני משכני ער שרייט, אחריך נרוצה ער וויינט, ער באנוצט זיך נישט מיט חכמה נישט בינה ודעת, ער לאזט נישט אפ, ביי די ווערטער ער רייסט... א לאנגע צייט פארגייט, דער בחו רנאך אלץ שטייט, אלע זיינע גלידער אינגאנצן פארטייבט, געלערנט האט ער קלאר, איינמאל פאר אלעמאל, אז בעטן דארף מען נאר דעם באשעפער פשוט, פשוט'ער פון גראד,
דעם באשעפער דארף מען בע ן ט נאכאמאל און נאכאמאל, נאר אזוי, בעטן און בעטן תפילה נאך תפילה, ביז איך דערגרייך דעם ציל. ווייל ווען איך בין געפאלן טיף איז נאר געווען צוזאמען מיט דיר, ממילא בעט איך פון דיר, נאר איין שלעפ, לוי ן פ וועל איך נאך דיר. נאר איין שלעפ, שלעפ מיך ארויס, אחריך נרוצה.
הערות על השיר:
יעדער איד איז גוט און וויל זיין נאנט צום באשעפער. אבער מיר זענען פארלוירן און איינזאם
און מיר בעטן זיך צו הקב"ה אז ער זאל אונז געבן דעם ערשטן שלעפ, און מיר זאגן צו אז מיר
וועלן לויפן נאך די . ר מיר שרייען צו הקב"ה "משכני" געב אונז איין שלעפ צו דיר, וועט געשעהט
"אחריך נרוצה" מען וועט לויפן צום באשעפער מיט געוואלדיגע אהבה וגעגועים.
מו"ר מוהרא"ש זצ"ל האט דאס דערציילט וויאזוי דער הייליגער בעל התניא זצ"ל וואס איז
געווען אזא ריז אין תורה, חכמה בינה דעת, האט אבער אליין אין זיין יוגענט, פארן אנקומען
צו די גרויסע מדריגות, זיך געבעטן צו הקב"ה מיט השתפכות הנפש אז הקב"ה זאל אים
געבן די ערשטע שלעפ. נאר מיט תפלה און נאך תפלה, זענען אלע צדיקים אנגעקומען
אזוי הויך. נאכן ערשטן משיכה וואס קומט מכח התפלה קומט מען אן מעלה מעלה.
ביים שרייבן און קאמפאזירן די ניגון האב איך געהאט די הילף פון ר' יוסי בערגער הי"ו, וועלכער האט
געהאלפן מיט די שנעלע פאל. די מוזיק איז אראנדזשירט דורך ר' נפתלי משה שניצלער הי"ו.

עוד באתר: