מיכאל שניצלער - ס'איז געווען גוט

מקור: משולם פייש האראוויץ, לחן: איצ'יק שווארץ - זאב בעכער גוט, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: יא דו קענסט.

yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:49צפיות: 5781.
מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער
מילות השיר:
אויף אלע שטעגעלעך
פיל פערד און וועגעגלעך
פארן אויף שבת קודש צום רבינ'ס אכסניא
ארָים און פארמעגליך
קומען אן טעגליך
צום הייליגן רבי'ן, דער בעל התניא
א זמן א צוגעפאסענע
דער רבי מאכט חתונה
יעדער טוט זיך מיט א לעכטיג אור רישן
דער מחותן נישט אבי ווער
דער הייליגער בארדיטשוב'ער
א חתונה א זעלטענע א היסטארישן
פון זונטיג ביז פרייטיג
עולם הזה מ'באזייטיגט
מען פארט צום צדיק
צום רבי'ן אין הויף
שנעל דעם פערדל טרייב עס
פארשטייט זיך אז מ'בלייבט ביז
דעם הייליגן שבת,
יום שכולו טוב
א ריקוד א טענצעלע,
א גלעזעלע לחיים
יעדער דאס רענצעלע,
שלעפט זיך מיט ביי אים
מ'זינגט בשיר ורננים,
קיינער אויסגעשלאסן
א שמחה אויפ'ן פנים,
אויף יעדן אויסגעגאסן
פון קראקא פון ווארשא,
ס'קומט א קבוצה'לע
ר' מענדל ר' הארשע,
ר' שמואל און ר' איצעלע
א תורה אויף די פרשה, א מליצה'לע
א חסיד'ישע שמועס'עלע
לקראת שבת, לכו ונלכה
יעדער איינער מיט געפילן פרייליכע
בואו ונצא לקראת כלה
שבת מלכתא
אין רבינ'ס הויז,
מ'טוט גלאנצן און ביגעלען
אויך אינעם קלויז,
טוט שיינען און שפיגעלען
פון אויוון ארויס,
צוויי קוגעלען
געשעפּט וואסער אין די קריגעלען
די רביצין ווייסט,
געדענקט נאך פון פריער
די משרתת זי הייסט,
פארשפארן די טיר
די געסט וואס קומען פון אלע עקן פיר
נישט נעמען קיין מאכלים פון איר
פרייטאג צונאכט
די חתונה קומט פאר
וצדיקים ישמחו יעלצו
מ'ווערט נישט אפגעשוואכט
ס'איז לילה כיום יאיר
צו שלאפן גיין קיינער נישט זיך איילט צו
צדיקים יראו, א לעכטיגע צורה
אויף די פיסעלעך קוים שוין מ'שטייט
שוין פארטאגס פירע, די גאנצע חבורה
צום רבי'נס דאווענען מ'מאכט זיך גרייט
איין חבריא קדישא, מיט כוחות פרישע
זיי קלערן לאמיר דאווענען אות ביי אות
אין מקוה א טבילה, כאפן זמן תפילה
און מ'וועט דאווענען ביים עלות
נאכ'ן דאווענען זיי ווילן
דעם הונגער אפצושטילן
פראווענען א קידוש
זאגן א דבר חידוש
א הערינג א מאטיאש
א לעקאך צו א קוכן
זיי זענען נישט מייאש
זיי טוען ווייטער זוכן
דער חסיד ר' שמואל מונקעס
אריינגעקראכן פלינק איז
דורכ'ן פענסטער
ער טרעפט א גרויסן קוגל
די פרייליכע יונגעלייט
הנאה געהאט
ווען חסידים פרייען זיך צו פרנסה מסוגל
די רביצין שפעטער,
קומט אריין איך קאך
אויפ'ן ארט זעט איר געפערליכע בראך
מיט טרערן זי לויפט אריין
צום רבי'נס שטיבל
ר' שמואל צו דין תורה מוז קומען
רבי זי שרייט, געפלאגט אנגעגרייט
געוואשן געזייט, ס'קיין קלייניגקייט
מיט כוונות געשניטן,
די קארטאפל די צוויבל
די חסידים האבן אלעס צוגענומען
דער רבי לאזט רופן
דעם חסיד דעם טיפן
ר' שמואל וואס איז שטענדיג,
פרייליך בגילופין
הער מיך צו, ער זאגט איר
איך פארשטיי וואס פלאגט דיר
נאר שבת ווייסט לכאורה
מ'פירט נישט קיין דין תורה
נישט פארגעסן האט זי
צוריק געקומען מוצאי
ר' שמואל קומט אויך
צוריק צום רבינ'ס דירה
זיין שמייכעלע ער האלט אן
און ער רופט זיך באלד אן
די רביצין זאל אנהייבן, מיט די טענות אירע
מיט געוויין זי קלאגט
איך האב מיך געפלאגט
געארבעט אזוי שווער,
לכבוד שבת שלום
און איידער ס'האט געטאגט
אלס וואס כ'האב פארמאגט
די חסידים צוגענומען די מאכלים
ר' שמואל
ער זיצט דארט אין די זייט שטיל
דער רבי פרעגט אים,
צו זאגן עפעס ער וויל
שמואל
דאס ווארט יעצט אינגאנצן דיין איז
לייג מיר פאר דיינע טענות
ער זאגט אויפן מינוט
איך האב קיין טיינע ניט
ס'איז געווען גוט
געהאט אפעטיט
רבי, איך האב קיין טיינע, ניין
די קוגל איז גוט געווען!
דער רבי געט א שמייכל,
מיט זיין הייליגן בליק
ר' שמואל האט דעם שכל,
א געדאנק גאר בליציג
אין רבי'נס היכל,
די שמחה איז צוריק
געווארן פרייליך און לוסטיג
דער הייליגער רבי,
זאגט אויף דעם תורה
שטעלט זיך א גרויסע קשיא לכאורה
שבת צופרי
א איד נעמט זיך די מי
מיט א ברען צום סידור'ל גייט צו
ער געט א געשריי
נשמת כל חי
מיט ביידע הענט אין די הייעך
ער פילט זיך געראטן
פלוצלינג קומט דער שטן
אין הימל פרעגט ער ווי איז דאס שייך
ווי קען ער דאווענען
נאך אזא וואך פּראווענען
ס'איז דאך נישט געווען אזוי צום גוטן
יעצט שבת וואס מיינט ער
ביים דאווענען וויינט ער
ער שטעלט זיך אהער,
ווי א גאנצע מחותן
ענטפערט אויף דעם,
דער הייליגער בורא
שבת איז נישט קיין זמן פאר דין תורה
דער באשעפער,
דעם שטן אין די זייט ער ריקט
לאזט אים נישט זיין מקטרג
זונטאג קומט ער ווידער,
מיט טענות נאך און נאך
קוק וויאזוי ס'איז געווען די גאנצע וואך
צו א דין תורה, איך רוף אים צום בית דין
דעם איד פרעגט מען,
וואס איז דיין טענה געוועזן
דער איד טוט אויפשיינען
צום באשעפער ער זאגט
איך טו גארנישט טענה'ן
ס'איז געווען גוט!
דער נשמת איי, ס'האט דאך אלע טעמ'ן
מ'איז מסכים מיט אים צוזאמען
ווייל א איד סיי אין וועלכע מצב
דער בורא האט אים ליב מתחלה ועד סוף
ס'איז דאך נישט דא קיין שאץ אויף
א קרעכץ וואס איז אמת ויציב
אלע אינאיינעם,
ברודערלעך צוזאם
נישט אויסלאזן קיינעם,
אן קיין אויסנאם
מיט אזויפיל טעם
די נשמה פלאם
שבת אחים גם
לקראת שבת לכו ונלכה
מיר גרייטן זיך מיט געפילן פרייליכע
ליום שכולו שבת שבת מלכתא
בירושלים הבנוי'
הערות על השיר:
לחן: איצ'יק שווארץ - זאב בעכער גוט
סיפור: משולם פייש האראוויץ
חרוזים: נפתלי הירצקא ראזענבערג.

עוד באתר: