מילות השיר:
ארים רייד- שטארק און שוואך
אלץ ארום די זעלבע זאך
ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט
קרובים היינט- מארגן פיינט
איבערמארגן פרישע פריינט
אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאלעל, פונט
מ'אקערט זייעט- מ'בארגט מ'לייעט
מ'לייגט אריין מ'קוועטשט און דרייט
יעדער האט די זעלבע ציל פארדינען געלט בניקל
מ'פליט אין וועג- וועכן טעג- נאך די געלט אזא געיעג
נאך א דאלער פראנק און פונטען
ס'מעג זיין אויך א שקל
פרובירט צו זיין א העלד- זיין ווארט יעדעם געפעלט
ווער ס'האט די מאה- האט די דעה
ווען עס קומט צו גאלט
אן ארעמע געצעלט- א רייכע פנים שטעלט
א יעדע שמויגער- פאר זיך טויג ער
ווען עס קומט צו געלט
אנשטאט זיך זארגן- טרעפט ווי צו בארגן
ס'קומט צום באצאלן- כסף מנלן
די טשעקלעך קראכן- לויפט צו גמ"ח'ן
נישט דא קיין ערב- ער זוכט א קרוב
פון וואנעט- ווער באצאלט ביז דאנעט
ווי גרויס די יאר איז- בין איך אויף צרות
מיין פאון אפהאקען- און אראפקנאקן
כ'קען נישט באצאלן- כסף מנלן
אין שול מ'גייט נעך געלט
אין גאס מ'רעדט פון געלט
איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב
מ'בעט שוין ווייטער געלט
כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט
מ'זאגט א הלצה- א שונה בצע
באקומט מען היינט פאר געלט
דעס הערץ צופליקט- דער שותף דריקט
פון געלט עס ווערט אזא קאנפליקט
פון עדע צוועק ער לויפט אוועק
ווי פון א שווערע לאגע
די ביזנעס בליהט- ער ווערט נישט מיד
ווי מער ער האט די קאפ אים פליט
ווי עס שטייט מרבה נכסים איז אויך מרבה דאגה
ארים רייד- שטארק און שוואך
אלץ ארום די זעלבע זאך
ווער עס האט פון דעם גענוג איז יעדער מיט אים נאנט
קרובים היינט- מארגן פיינט
איבערמארגן פרישע פריינט
אויב פארדינט מען לירה, פראנק, שקל, דאלעל, פונט
דער לעבן ווערט פארשנעלט
נער דאגות קומט פון געלט
דעס לעבן קאסט- וויפיל דו האסט
אלץ פעלט אויס נאך נאך געלט
וועט העט מען פונם געלט- פון גשמיות מ'קוועלט
ס'זעהט אויס גוט- מ'נעמט נישט מיט
עס בלייבט גארנישט פון געלט
זיך איבעררייסן – זיך איבערפלייסן
פאר אלע מיני- נישט דוקא גרינע
די יונגע יארן – די געלטער שפארן
איז שוין אן אלטער- דאך געלט באהאלט ער
פארביטערט- זיין האנט שוין ציטערט
ער איז קוים ביים זינען- וועט געלט נישט רינען
ביי אים וועט בלייבן- די טשעקלעך שרייבן
אן אלט נערוועזן – ער קארגט אויף שפעזן
אין שול מ'גייט נעך געלט
אין גאס מ'רעדט פון געלט
איך קום אין שטוב- וואס האט מען ליב
מ'בעט שוין ווייטער געלט
כבוד קומט מיט געלט- חכמה קומט מיט געלט
ס'זעהט אויס גוט – מ'נעמט נישט מיט
עס בלייבט גארנישט פון געלט
אביסל כשר געלט- מיט מצות אויף דער וועלט
דאס זעהט אויס גוט- דאס נעמט מען מיט
עס בלייבט אויף יענע וועלט
פער יעדעם עס געפעלט
ווען גוט'ס מען טוט מיט געלט
איך פרעג ביי דיר- נו זעג'זשע מיר
וואו קען מען שאפן אפאר דאלער?
לאז שוין אפ די געלט!!!
ליפא שמעלצר - געלט
מקור: לא צויין, לחן: לא צויין, ז'אנר: חסידית.
נמצא באלבום: ליפא בדרך.
yosittt | יום ראשון א' תמוז התשע"ד, 29-06-2014 בשעה 13:03צפיות: 8296.
ליפא שמעלצר
עוד באתר:
אלבומי המופת -תפילה לעני, גיל עקיביוב
נתנאל לייפר בסדרת אלבומי המופת של המוסיקה היהודית המקורית והפעם אלבומו רב החן של גיל עקיביוב "תפילה לעני", כתבה שניה בסדרה
רוחות ... טובות... נתנאל לייפר על ''רוחות טובות'' של אודי דוידי
רגע לפני האלבום החדש... נתנאל לייפר על אלבומו האחרון של אודי דוידי "רוחות טובות"
אכן גם לדעתי זה "עניין אחר לגמרי"
נתנאל לייפר בביקורת על האלבום "עניין אחר לגמרי" של להקת החתונות עניין אחר ואל תתנו לפרט הזה לבלבל אותכם הם אומנם להקת חתונות אך בהחלט מקורית ומעניינת
אין כמו לדבר תכל'ס...
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והמסקרן של יהודה דים "תכל'ס".
וחושב שבתכל'ס.. זהו אלבום מושקע ומעניין שבהחלט שווה האזנה מומלץ יחד עם חוברת המילים.